איבער די שוועדישע מאלעריי קאונסיל


די שוועדישע מאלעריי קאונסיל איז א רעגירונגס אויטאריטעט אונטער די קולטור מיניסטעריום, וואס העלפט ארויס אויסצופירן שוועדישע קולטור פאליסי דורך אנאלאזירן און באצאלן קולטור אין שוועדן. אונזער פירנדע פרינציפ איז אז א יעדער איז בארעכטיגט צו א ברייטע  אויסוואל פון הויך קוואליטעט קולטור.

די שוועדישע מאלעריי קאונסיל איז אנגעפירט דורך א קערפערשאפט וואס ווערט געשטעלט דורך די רעגירונג, און טראגם דעם פולן פאראנווארטליכקייט איבער אירע טעטיגקייטן. אויבער- דירעקטאר קנט דז'ונסן איז די הויפט פון די פירערשאפט. און איז פאראנטווארטליך פאר די אנגייענדע טעטיגקייטן. די קאונסיל, וועמענס ווירטשאפט אפיסעס איז באזירט אין די פילמהוזעט אין גארדעי אין שטאקהאלם, האלט אויף ארום 80 ארבייטער.

קולטור פאליסי ציהלן

היינטיגע קולטור פאליסי איז באזירט אויף די נאציאנאלע פאליטישע קולטור ציהלן וועלכע ווערט באשלאסן דורך די שוועדישע פארלימענט. קולטור דארף זיין א שטארקע און אומאפהענגיגע קראפט באזירט אויף די פרייהייט פון ווארט פרינציפ. יעדער דארף זיין ערמעגליכט אנטייל צו נעמען אין די קולטור לעבן. שעפערישקייט, פארשידענארטיקייט דארפן כאראקטעריזרן דאס אנטוויקלונג פון די ציוויליזאציע.

קולטור דעקונג איבער שוועדן

א וויכטיגע טייל פון די שוועדישע מאלעריי קאונסיל'ס ארבייט איז צו געבן און פארטיילן געלט פאר קולטור. אין 2009, האט די שוועדישע מאלעריי קאונסיל פארטיילט SEK 1.7  ביליאן. די שוועדישע מאלעריי קאונסיל פארטיילט פארטיילט געלט פאר קולטור פאר אינסטיטוציעס, ארגעניזאציעס, און אומאפהענגיגע גרופעס. באשלוסן איבער געלט פאר קולטור ווערן געמאכט צוזאמען מיט ארבייט גרופעס און רעפערירונג גרופעס. צוזאמען, האבן 120 בוך-ארויסגעבער, מעלער, מוזיקאנטן, לערער, און פארשער ארויסגעהאלפן איבערצוקוקן די אפליקעישאנס. די שוועדישע מאלעריי קאונסיל איז פאראנטווארטליך אויף מער ווי 40 באזונדערע גרענטס, און טוט ארויסהעלפן מיט אלעמען, פון איינצעלנע ביכער און יוגנט-פראיעקטן ביי מיוזיאמס ביז טאנץ פארשטעלונגען.

קולטורע דעקונג פאר נאציאנאלע מיניאריטעטן

די שוועדישע מאלעריי קאונסיל גיבט געלט פאר פראיעקטן און אקטיווטעטן וועלכע העלפן די שפראכן און קולטורן פון נאציאנאלע מיניאריטעטן. עס זענען דא פינף נאציאנאלע מיניאריטי גרופעס אין שוועדן; סעמי, שוועדן פיננס, טארנידעל פיננס, רומעני, און אידן. די מיניאריטעט שפראכן אין שוועדן זענען אידיש, רומעני צ'יב, סעמי, פיניש, און מינקליע, אדער טארנידעל פיניש. פאראיינוגונגען, ארגעניזאציעס, אינסטיטוציעס אדער אנדערע גרופעס מיט א ארגעניזאציע רעגיסטראציע נומער קענען אריינגעבן פארלאנגען פאר געלט. אין 2009 א חשבון פון ארום 7 מיליאן איז געגעבן געווארן ארויסצוהעלפן נאציאנאלע מיניאריטעט שפראכן און קולטורן. 5 מיליאן פון דעם איז געגאנגען פאר די טארנידעל טעאטער, די שוועדיש-פינישע לייבערי אין שטאקהאלם, די אידישע לייבערי אין שטאקהאלם, און די פיניש שפראך טעאטער אקטיווטעטן ביי די אוסי טעאטער [די נייע פיניש טעאטער], אלע וועלכע וועלן באקומען קולטורע דעקונג לויט די פארשריפטן פון די שוועדישע מאלעריי קאונסיל רעגולאציע בויגן.

געלט פאר קולטור פאר נאציאנאלע מיניאריטעט פראיעקטן

אויסער געלט פאר אקטיווטעטן גיבט די שוועדישע מאלעריי קאונסיל געלט פאר פראיעקטן אנטבאלאנגט נאציאנאלע מיניאריטעטן שפראכן און קולטורן. נאציאנאלע מיניאריטעטן קענען אויך פארלאנגען געלטער פון אנדערע גרענטס וועלכע ווערן פארטיילט דורך די שוועדישע מאלעריי קאונסיל פאר אקטיווטעטן און פראיעקטן.

די שוועדישע מאלעריי קאונסיל באפארצוגט געדאנקן וועלכע שטארקן די שוועדישע מיניאריטעטן קולטורע געבוי, ווי אויך קינדער און יוגנט פראיעקטן. די פראיעקטן קענען אויך ערהאלטן אנדערע טיילווייזע דעקונג, צום ביישפיל, פון מונוציפאליטעטן אדער קאונטי געמיינדעס. פארלאנגען ווערן געמאכט אנליין, אויף די שוועדישע שפראך, אויף די שוועדישע מאלעריי קאונסיל'ס וועבסייט. באשלוסן איבער קולטורע דעקונג ווערן געמאכט דורך דעם אויבער-דירעקטאר פון די שוועדישע מאלעריי קאונסיל, באזירט אויף פארשלאגן פון פון א ספעציעלע רעפערירונג גרופע פאר נאציאנאלע מיניאריטעטן שפראכן, קולטורן און ליטעראטור.

ווייסט מער איבער קולטור דעקונג פאר נאציאנאלע מיניאריטעט [אין די שוועדישע שפראך]

קולטורע דעקונג פאר נאציאנאלע מיניאריטעט ליטעראטור

די שוועדישע מאלעריי קאונסיל פארטיילט קולטורע דעקונג פאר די פארשפרייטונג פון נאציאנאלע מיניאריטעטן ליטעראטור, און צו מוטיגן דאס ארויסגעבן און פארשפרייטן פון נאציאנאלע מיניאריטעטן ליטעראטור און קולטורע אויסגאבעס. ליטעראטור דעקונג קענען ווערן פארלאנג דורך דרוקער אדער אנדערע ארויסגעבער וועלכע געפונען זיך אין שוועדן און פארמאגן א ארגעניזאציע רעגיסטראציע נומער, ווי אויך דורך סעמי ארגעניזאציעס אין שוועדן וועלכע ווילן ארויסגעבן ליטעראטור אין די סעמי שפראך אין פינלאנד אדער נארוועגיע. קולטורע דעקונג פאר נאציאנאלע מיניאריטעט קולטורע אויסגאבעס ווערט פארטיילט דורך די געווענליכע ארויסגעבער-געלט פאר קולטורע אויסגאבעס.

ווייסט מער איבער קולטור דעקונג פאר נאציאנאלע מיניאריטעט ליטעראטור[אין די שוועדישע שפראך]

אייניגע רעכטן און געלעגנהייטן

אייניגקייט איז וויכטיג פאר די שוועדישע מאלעריי קאונסיל און צו דעם קולטור לעבן. ווען עס ווערט פארטיילט געלט,  דארף די שוועדישע מאלעריי קאונסיל פארזיכערן אז מענער און פרויען ווערן געגעבן די זעלבע רעכטן און געלעגנהייטן אנטיילצונעמען און צו באשטייערן צו א רייכע קולטורע אויסוואל.

א צוטריטבארע קולטור לעבן

די שוועדישע מאלעריי קאונסיל האט א אויפגאבע צו פארזיכערן קולטור פאר יעדן. זייער פאראנטווארטליכקייט ערהאלט ארויסהעלפן, אנפירן און מוטיגן דעם קולטור לעבן צו עררייכן דעם ציהל פון די שוועדישע דיסעביליטי פאליסי. עס איז נאך פאראן פיל ארבעט צו ווערן געטוען  צו צו מאכן קולטור לעבן צוטריטבאר דורכאויס.

איין פינפטל פון די פאפולאציע

קינדער און יונגע מאכן אויס ארום איין פינפט פון די באפעלקערונג, און אונזער פרינציפ איז אז אלע קינדער און יוגנטליכע זאלן האבן צוטריט צו קולטור און זאלן קענען מאכן זייער אייגענע קולטור. מאלעריי און קולטור מאכן קינדער טעטיג און געזעלשאפט, און גיבט זיי א פארשטענדיגונג פון די דרויסנדיגע וועלט. די שוועדישע מאלעריי קאונסיל'ס ציהל איז אויסצופירן די קינדער קוק ווינקל און אלע טיילן פון די אפעראציע. די קינדער פערספעקטיוו, זאל ווערן ארויפגעברענגט ווען ארגעניזאציעס פארלאנגן דעקונג, ווען עס ווערט געמאכט סטאטיסטיקס און ווען עס אינפארמאציע ווערט געזאמלט. די שוועדישע מאלעריי קאונסיל נעמט אנטייל אין נעטווארקס, סעמינארן און קאנפרענצן איבער קינדער און יוגנט קולטור און העלפט ארויס פארשונג אויף די טעמע.

קולטור אריבער די גרעניץ

אינטערנאציאנאלע פארבינדונגען און צוזאמענארבעט איז א תנאי אויף א ברייטע אויסוואל פון קולטור. די שוועדישע מאלעריי קאונסיל לייגט פאר געלט און סטראטעגיע צו פארשטערקערן די אינטערנאציאנאלע צוזאמענארבעט, אינערהאלב און אינדרויסן פון די E.U.. אלס א טייל פון די אונטערנאציאנאלע ארבייט, טוט די שוועדישע מאלעריי קאונסיל שטודירן און אויסטיילן אינפארמאציע איבער די E.U. פאליסיס און טעטיגקייטן אינעם פעלד פון קולטור. צוזאמען האט די שוועדישע מאלעריי קאונסיל פארטיילט כמעט     SEK 50 מיליאן דירעקט צו אינטערנאציאנאלע און אינטער-קולטור אקטיווטעטן אין 2008, פון וועלכע SEK 8 מיליאן איז פארטיילט געווארן פאר אינטערנאציאנאלע ליטעראטור צוזאמענארבעט.

Header logo